בעזרת הוי"ה

שלמה נחמי‘ ראזענבערג

Chen cover

חן

Chen
פרשת וישלח · Nov 2026 · 4:03
⬇ Download mp3
וַיְהִי־לִי שׁוֹר וַחֲמוֹר צֹאן וְעֶבֶד וְשִׁפְחָה וָאֶשְׁלְחָה לְהַגִּיד לַאדֹנִי לִמְצֹא־חֵן בְּעֵינֶיךָ׃ באשעפער כ'האב דאך אלעס געלערנט געדאווענט תפילין און טלית בני קינדער, חיי געזונט אין פרנסה דריקט נישט אצינד ואשלחה, להגיד לאדוני למצוא חן בעיניך איך וויל פילן בא-חנ'ט אין דיין אויגן כ'וויל נאר נאר פילן בא-חנ'ט אין דיין אויגן

אסאך מאל האט א מענטש אלעס: קינדער, פרנסה, געזונט, ער דאווענט און לערנט, און פונדעסטוועגן פילט ער ליידיג אינעווייניג.. פארוואס בין איך טרויעריג? פארוואס פיל איך זיך ליידיג? און די תשובה: ער פילט נישט באליבט😍. ער פילט נישט אז ער געפינט חן אין די אויגן, פון איינעם וואס האט אים ליב ווי אזוי ער איז יעצט. אפילו אויב ער גייט זיך גארנישט טוישן. אין דעם ניגון רופט יעקב אבינו צום אייבערשטן: איך האב אלעס: שור, חמור, צאן, עבד, שפחה. אבער איך שריי צו דיר, רבונו של עולם.. איך וויל פילן באליבט❤️‍🔥, פול מיט חן אין דיינע אויגן.. און ווען איך פיל עס, איז אלעס גוט..
לזכות ולרפואת פריידא בת שרה

אין סטודיאו · In the studio

In the studio